nybc200089_0011_rotated

OverviewTranscribeVersionsHelp

Facsimile

Transcription

Status: Incomplete

הײנט איז יום־טוב — מע טאָר נישט װײנען

א.

איך געה מיט אַײך אין געװעט אױף װיפיעל איהר װילט, אַז
קײנער אין דער װעלט איז נישט געװען אַזױ צופריעדען מיט’ן
װאַרעמען ליכטיגען נאָך־פּסח, װי איך, פּײסי דעם חזנ’ס יונגעל,
מאָטעל , און דעם שכנ’ס קעלבעל , װאָס מע רופט דאָס „מעני“
(דאָס האָב איך, מאָטעל, דעם אַ נאָמען געגעבען „מעני“).

בײדע גלײך האָבען מיר דערפיהלט די ערשטע שטראַהלען
פון דער װאַרעמער זון אינ ’ ם ערשטען װאַרעמען נאָך ־ פּסח ’ דינען
נזאָג , בײדע גלײך האָבען מיר דערשמעקט דעם ריח פונ ’ ם ערשטען
גרינעם גרעזעלע , װאָס קריכט , שפּראָצט ־ אַרױס פון דער נאָר ־ װאָס
אָפּגעדעקטער ערד , און בײדע גלײך זענען מיר אַרױסגעקראָכען
פונ ’ ם פינסטערען ענגשאַפט צו מקבל ־ פּנים זײן דעם ערשטען
זיסען ליכטיגען װאַרעמען פריהלינגס ־ מאָרגען . איך , פּײסי דעם
חזנ ’ ס יונגעל , מאָטעל , בין אַחעס פון אַ טװאַן , פון אַ קאַלטען
נאַסליכען קעלער , װאָס שמעקט טיט זױערטײג און טיט רפואות
פון דער אַפּטײק ; און מעני , דעם שכנ ’ ס קעלבעל , האָט סען
אַרױסגעלאָזט נאָך פון אַײן ערגערען עפּיש : פון אַ קלײן , פינ

9

Notes and Questions

Nobody has written a note for this page yet

Please sign in to write a note for this page